מע האָט לעצטנס געגרינדעט אַ נײַעם מיטל צונויפֿצופֿירן ייִדיש־סטודענטן פֿון איבער דער וועלט, כּדי זיך צו באַטייליקן אין שמועסן אויף ייִדיש, וועגן ייִדיש.
„פּשוט־ייִדיש‟ אַ פֿײסבוק־גרופּע וווּ די מיטגלידער קוקן אויף לערן־װידעאָס און דיסקוסיעס, אָרדנט איצט אײַן אינטערנאַציאָנאַלע װידעאָ־באַגענגענישן. דער פּראָיעקט איז געצילעוועט אויף ייִדיש־סטודענטן און ייִדישיסטן װאָס עס פֿעלט זײ אַ געלעגנהייט צו רעדן אויף מאַמע־לשון.
זונטיק דעם 17טן מאַרץ װעט מען רעדן װעגן אַן אַקטועלער טעמע פֿירגעלייגט פֿון דניאל גלאי.
וואָס איז ייִדישלאַנד פֿאַר אײַך? װי זעט איר דעם פֿענאָמען אין 20 יאָר אַרום?
די פּראָגראַם Zoom דערלױבט די אָנטיילנעמערס זיך צו צעטיילן אויף קלענערע גרופּעס, און זיך אויסבײַטן מיט די געדאַנקען. אין דער ערשטער באַגעגעניש, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק איז די אַטמאָספֿער געװען אַ פֿרײַנדלעכע, גאָר פּאַסיק סײַ פֿאַר די װאָס רעדן פֿליסיק, סײַ פֿאַר די תּלמידים װאָס דאַרפֿן אַ ביסל דערמוטיקונג. ס׳איז אויך געווען פּאַסיק סײַ פֿאַר די שעמעװדיקע סטודענטן, סײַ פֿאַר די מער רעדעװדיקע!
װער עס װיל אָנטײלנעמען אין אַ װידעאָ־שמועס װעגן דעם כּוח פֿון ייִדיש און דער צוקונפֿט פֿון ייִדישלאַנד, זאָל זיך פֿאַרשרײַבן דאָ.
די צײַט װאָס מיר האָבן אױסגעקליבן וואָלט געדאַרפֿט זײַן גוט פֿאַר מענטשן אױף אַלע קאָנטינענטן. ס’איז שױן קלאָר אַז אַזעלכע בעגעגענישן שאַפֿן אַ ציבור, אַ רױם, װאָס פֿאַרשטאַרקט די מאָטיװאַציע בײַ די תּלמידים און די געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַרבינדונגען צווישן זיי.
קומט און לאָזט װיסן אײַערע תּלמידים!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.